אייזאמבארד קינגדאם ברונעל
![]() | |
געבורט |
9 אפריל 1806 פארטסמוט, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד ![]() |
---|---|
טויט |
15 סעפטעמבער 1859 (אלט 53) וועסטמינסטער, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד ![]() |
מדינה |
פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד ![]() |
פרסים |
קאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט ![]() |
אונטערשריפט |
![]() ![]() |
![]() ![]() |
אייזאַמבאַרד קינגדאם ברונעל (ענגליש: Isambard Kingdom Brunel; 9טן אפריל 1806 – 15טן סעפטעמבער 1859) איז געווען אן ענגלישער אינזשעניר. ער איז געבוירן געווארן אין פארטסי, פארטסמוט. ער האט געשאפן די גרויס-מערבדיקע באן און האט געבויט פיל דאמפשיפן, בריקן און טונעלן. זיין ארבעט האט רעוואלוציאנירט פובליקן טראנספארט און מאדערנע אינזשעניריע.
במשך זיין קאריערע האט ברונעל דערגרייכט א סך "ערשטע". ער האט געהאלפֿן בויען דעם ערשטן טונעל אונטער א גרויסן טייך. ער האט געפלאנעוועט די SS Great Britain, די ערשטע פראפעלער-געפֿירט אייזערנע שיף צו פארן אויף אקעאנען, וואס איז דעמאלסט (1843) געווען די גרעסטע שיף געבויט.[1][2] ער איז געווען דער ערשטער פלאנעווער פונעם קליפטאן הענג־בריק. די בריק האט געהאט א קאמפליצירטע היסטאריע; זי איז א לאנגע בריק גאר הויך איבערן טייך אוואן. ברונעל איז געשטארבן איידער מ׳האט געקאנטשעט די בריק, און אויך פאר דער ערשטער רייזע פון זיין שיף די SS גרויס־איסטערן.
רעפערענצן
- ↑ Wilson, Arthur 1994. The living rock: the story of metals since earliest times and their impact on civilization. Woodhead Publishing, pp. 202–3. ISBN 978-1-85573-301-5
- ↑ Isambard Kingdom Brunel. SS Great Britain (29 מערץ 2006).