גראז
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/thumb/6/63/Setariaparviflora.jpg/250px-Setariaparviflora.jpg)
גראז איז דער אלגעמיינער נאמען פאר אלע פלאנצן-זגאלן פון דער משפחה Graminae , אויך באקאנט ווי Poaceae. עס זיינען פלאנצן מיט לענגלעכע בלעטער און מיט זאנגען. די בלומען האבן ניט קיין קרוין-בלעטער און ווערן באשטויבט דורכן ווינט. עטלעכע זגאלן זיינען זייער וויכטיק פאר לאנדווירטשאפט ווי ווייץ און רייז וואס דערנערן געוויסע טיילן פון דער וועלט-באפעלקערונג.
די חכמה פון גראז ווערט אנגערופן אגראסטאלאגיע.