זיידן גאס
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/7/74/Silk_route.jpg/300px-Silk_route.jpg)
די זיידן גאס (פון דייטש: Seidenstraße) איז א מאדערנישער נאמען פאר דער היסטארישער סיסטעם פון די מסחר-גאסן אריבער אזיע, אייראפע און אפריקע. מסחר אויף דער זיידן גאס איז געווען זייער וויכטיק אין דער אנטוויקלונג פון כינע, אינדיע, פערסיע, אייראפע און דער מיטל מזרח. אף-על-פי אז זייד איז געווען א וויכטיקער חפץ פון כינע אין יענער תקופה, מכל מקום א סך אנדערע זאכן זענען געהאנדלט געווען אויף דער זיידן גאס. אויכעט געדאנקען, רעליגיעס און פילאסאפיעס זענען געפאסט אויף דער זיידן גאס.