חיים סוטין
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/8/81/Amedeo_Modigliani_036.jpg/200px-Amedeo_Modigliani_036.jpg)
חײם סוטין (רוסיש: Хаим Сутин; װײַסרוסיש: Хаiм Суцiн; פֿראַנצױזיש: Chaïm Soutine), געבױרן אינעם שטעטל סמילאָװיטש, מינסקער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצט אין װײַסרוסלאַנד), דעם 13טן יאַנואַר 1893; געשטאָרבן אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) דעם 9טן אױגוסט 1943.
ער איז געװען אַ פֿראַנצױזישער מאָלער פֿון װײַסרוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם, אַ פּראָמינענטער פֿאָרשטײער פֿונעם עקספּרעסיאָניסטישן נוסח אין אײראָפּעיִשער קונסט פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/e/e7/Amedeo_Modigliani_037.jpg/200px-Amedeo_Modigliani_037.jpg)