כאליף

כאַליף (אראביש: خليفة) איז דער נאמען אדער טיטל פון דעם איסלאמישן פירער פון דער "אומא" (أمة‎), ד"ה דאס איסלאמישע פאלק. דאס ווארט "כאליף" איז טייטש אויף אראביש "מחליף" אדער "יורש", ד"ה דער ממלא־מקום פונעם נביא מוחמד. אפטמאל ווערט דער כאליף גערופן "עמיר אל-מומנין" (أمير المؤمنين), אדער "הערשער פון די גלייביקער".

זייט דעם צעפאל פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין 1924, איז בטל געווארן דער טיטל, און היינט ווערט קיינער נישט גערופן כאליף.


באקאנטע כאליפן

  • אבו באקר – דער ערשטער כאליף פון די סוניס.
  • אומאר איבן אל-כאטאב – דער צווייטער כאליף. אין דער תקופה פון זיין רעזשים האט זיך די איסלאמישע אימפעריע פארברייטערט אריינצושליסן עגיפטן, ירושלים און די סאסאנידע אימפעריע.
  • אוטמאן איבן עפאן – דער דריטער כאליף. אין זיינע צייטן האט מען רעדאקטירט דעם קוראן.
  • עלי איבן אבי טאליב - דער פערטער כאליף, און דער ערשטער אימאם פון די שיאיטן.
  • מועאויה איבן סופיאן – דער ערשטער אומאאישער כאליף. ער האט געגרינדעט די אומאיאדישע דינאסטיע.
  • הארון אל-ראשידאבאסישער כאליף. ביי זיין רעזשים איז באגדאד געווארן דער גרעסטער האנדל צענטער אין דער וועלט.
  • סוליימאן דער פראכטפולער – אטאמאנישער סולטאן, אין זיין תקופה האט די אטאמאנישע אימפעריע דערגרייכט איר שפיץ. ער האט געבויט די מויערן פון ירושלים