פארפרוירן II
פֿאַרפֿרוירן II Frozen II | |
רעזשיסאר | קריס באק דזשעניפער לי |
פראדוצירער | פיטער דעל וועטשא |
סצענארשרייבער | דזשעניפער לי |
שטימע אקטיארן | קריסטען בעל אידינא מענזל דזשאש גד דזשאנאטאן גראף |
מוזיק | ראבערט לאפעז קריסטען אנדערסאן-לאפעז |
רעדאקטירונג | דזשעף דרייהיים |
סטודיא | וואלט דיזני פילמען וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס |
פארשפרייטער | וואלט דיזני פילמען |
פארשפרייט | 7טן נאוועמבער 2019 (דאלבי טעאטער) 22סטן נאוועמבער 2019 (פאראייניקטע שטאטן) |
לענג | 103 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $150 מיליאן |
הכנסות | $1.450 ביליאן |
פֿאַרפֿרוירן II אדער פֿאַרפֿרוירן 2 (ענגליש: Frozen II) איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער-אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 2019. ער איז דער המשך-פילם פון "פֿאַרפֿרוירן" (2013) און איז ווידער רעזשיסירט געווארן דורך קריס באַק און דזשעניפֿער לי, מיט די באטייליקונג פון די זעלבע מאנשאפט.
געשיכטע
אַגנאַר, דער קעניג פֿון אַרענדעל, זאגט זיינע צוויי טעכטער אַנאַ און עלזאַ אז זייער זיידע, קעניג רונעאַרד, האט געמאכט אן אפמאך מיט די נאָרטאָלדרע עדה צו בויען א דאַמבע אין זייער פארכישופטער וואלד. קעניג רונעאַרד איז אבער געשטארבן אין א קאַמף וואס האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי עדות. דער קאַמף רייצט אויף די עלעמענטאַרע רוחות פונעם וואלד: ערד, וואסער, לופט און פייער. די רוחות אַנטרינען ווערן און א וואנט פון נעפּל כאפט דער גאנצער וואלד. אַגנאַר האט אנטגעלאפֿן מיט הילף פון אן אומבאקאנטער ראטעווער.
דריי יאר נאך איר קאראנאציע (אינעם ערשטן פילם) פייערט קעניגין עלזאַ דער הערבסט אינעם קעניגרייך מיט פּרינצעסין אַנאַ, אָלאַף דער שניימענטש, קריסטאָף און זיין רעניפֿער סווען. ווען עלזאַ הערט א מיסטישע שטימע, זי פאלגט נאך אים און וועקט די רוחות אָן א כוונה. זיי שטערן אַרענדעל און דאָס גאנצע קעניגרייך דאַרף זיך אויסליידיקן. גראַנד פּעבי און די טראָלן קומען אין אַרענדעל און פּעבי זאגט אז אלעמען דאַרפן געפֿינען דער אמת וועגן דעם עבר פון דאָס קעניגרייך.
עלזאַ, אַנאַ, אָלאַף, קריסטאָף און סווען פֿאָרן צו דער פארכישופטער וואלד נאך די מיסטישע שטימע. נאך וואס דער נעפּל צעשפּליטערט זיך ווען עלזאַ רירט אים, דער לופט-רוח קומט אלס א טארנאדא און שעפּט אריין זיי אלע. עלזאַ פֿאַרהאַלט דעם טארנאדא, וואס מאכט אייז סקולפטורן. די שוועסטער געפֿינען אז די סקולפטורן באווייזן בילדער פון זייער זיידע'ס עבר און אז זייער מוטער, קעינגין אידונאַ, איז געווען א מיטגליד פון נאָרטאָלדרע און זי האט געראטעוועט אַגנאַר. זיי טרעפֿן מיט די נאָרטאָלדרע און אן ארמיי פון אַרענדעלער סאלדאטן וואס זענען נאך ברוגז, און דערנאך קומט דער פייער-רוח. עלזאַ לערנט אז דער רוח איז א צעברויזיקע מאגישע סאַלאַמאַנדרע, און עלזאַ איינשטילט זי. עלזאַ און אַנאַ שטעלן אויף א פייער-איבעררייס צווישן די סאלדאטן און די נאָרטאָלדרע דורך מסביר זיין אז זייער מוטער איז געווען נאָרטאָלדרער און זייער פֿאָטער אַרענדעלער. שפעטער לערנען זיי וועגן א פֿינפֿטער רוח וואס וועט פֿאַראייניקן די מענטשן און דער נאַטירלעכער צויבער.
עלזאַ, אַנאַ און אָלאַף ממשיך זיין אָן קריסטאָף און סווען. זיי געפֿינען די שיף וואס האט געקראכט מיט זייערע עלטערן; זי אנטהאלט א מאפע מיט א וועג צו דער אַטאָהאָלאַן, א מיטאלאגישער טייך וואס לויט זייער מוטער האט אלע די טייטשן איבער דעם עבר. עלזאַ שיקט אַנאַ און אָלאַף אוועק און גייט זיך אליין. זי געפֿינט און מוסטירט דער נאָק, דער וואסער-רוח וואס באשיצט דער ים איידער אַטאָהאָלאַן. ווען זי דערגרייכט לערנט עלזאַ אז די שטימע וואס האט גערופֿן זי איז געווען פון אידונאַ; אז די נאטור האט געגעבן עלזאַ אירע כוחות ווייל אידונאַ האט אַגנאַר געראטעוועט; און אז עלזאַ זיך איז דער פֿינפֿטער רוח.
דערנאך לערנט עלזאַ אז די דאַמבע איז געבויט געווארן צו רעדוצירן די רעסורסן פון די נאָרטאָלדרע ווייל קעניג רונעאַרד האט געוואלט פארנעמען די געגנט. אויך לערנט זי אז ער האט דערמארדעט דער פירער פון נאָרטאָלדרע און אנגעהויבן דעם קאנפליקט. עלזאַ שיקט די אינפארמאציע צו אַנאַ איידער וואס זי ווערט פֿאַרפֿרוירן צוליב גיין טיף אריין אין דער אַטאָהאָלאַן. דאס מאכט אָלאַף אנהייבן אַװעקצאַפּלען זיך.
אַנאַ באקומט די מעלדונג פון עלזאַ און לערנט אז די דאַמבע דאַרף ווערן צעשטערט צו געבן די רואיקייט צוריק. אַנאַ געפֿינט און וועקט די ערד-גיגאנטן און פירט זיי צו די דאַמבע. די גיגאנטן ווארפן פֿעלדזן קיין אַנאַ וואס צעשטערן די דאַמבע. דאס שיקט א פֿאַרפֿלײץ לענגאויס דער פֿיאָרד קיין דאָס קעניגרייך. עלזאַ שמעלצט זיך און קומט צוריק אין אַרענדעל. זי אָפּווענדט דער פֿאַרפֿלײץ און ראטעוועט דאָס קעניגרייך.
ווען דער נעפּל-וואנט איינגייט קומט עלזאַ צוריק צו אַנאַ, און זיי בויען אָלאַף פֿון דאָס ניי. קריסטאָף בעט פון אַנאַ צו הייראטן אים און זי מסכים זיין. עלזאַ מסביר זיין אז זי און אַנאַ זענען דער "בריק" צווישן די מענטשן און די מאגישע רוחות. אַנאַ ווערט די נייע קעניגין פון אַרענדעל און עלזאַ ווערט די באשיצערין פונעם פארכישופטער וואלד, וואס אפט קומט צוריק אין אַרענדעל נאך די רואיקייט איז ווידער דא.
שטימע אקטיארן
- קריסטען בעל אַלס פּרינצעסין אַנאַ
- אידינאַ מענזל אַלס קעניגין עלזאַ
- דזשאָש גד אַלס אָלאַף דער שניימענטש
- דזשאָנאַטאַן גראָף אַלס קריסטאָף
- סטערלינג קיי. בראַון אלס מאַטיאַס
- עוואַן רייטשל וואוד אלס קעניגין אידונאַ
- אָראָראַ (ענ') אלס די שטימע (די וואס עלזאַ הערט)
- אַלפֿרעד מאָלינע אלס קעניג אַגנאַר
- מאַרטאַ פּלימפּטאָן אלס ילענע
- דזשייסאָן ריטער אלס רײַדער
- רייטשל מעטיוז אלס האַנימאַרען
- דזשערעמי סיסטאָ אלס קעניג רונעאַרד
- קירען הינדס אלס גראַנד פּעבי
לידער
- "אַלץ געפֿינט זיך"
- "טייל זאַכן קיינמאָל נישט זיך טוישן"
- "אין דאָס אומבאַקאַנט"
- "ווען איך וועל וואַקסן"
- "רעניפֿערן זענען בעסער ווי מענטשן"
- "פֿאַרלוירן אינעם וואַלד"
- "באַווייַזן זיך"
- "דער נעכסטער ריכטיקער זאַך [צו טאָן]"
- "אין דאָס אומבאַקאַנט" (ענד-קרעדיטן ווערסיע)
- "אַלץ געפֿינט זיך" (ענד-קרעדיטן ווערסיע)
- "פֿאַרלוירן אינעם וואַלד" (ענד-קרעדיטן ווערסיע)
וועבלינקען
- "פֿאַרפֿרוירן II" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)
דיזני אַנימירטע פֿילמען | ||
---|---|---|
וואָלט דיזני אַנימאַציע סטודיאָס פֿילמען | שניי ווייַס און די זיבן קאַרליקעס (1937) • פּינאָקיאָ (1940) • פֿאַנטאַסיאַ (1940) • דאַמבאָ (1941) • באַמבי (1942) • סאַלודאָס אַמיגאָס (1942) • די דריי קאַבאַלעראָס (1944) • מאכן מיין מוזיק (1946) • פֿרײַ און פֿרײַלעך (1947) • מעלאדיע צייט (1948) • די אַוואַנטורעס פֿון איקאַבאָד און מ"ר טאָד (1949) • סינדערעלאַ (1950) • אַליס אין ווונדערלאַנד (1951) • פּיטער פּען (1953) • ליידי און דער שלעפּער (1955) • שלאָפֿנדיגע שיינהייט (1959) • הונדערט און איינס דאַלמאַטן (1961) • דער שווערד אין דער שטיין (1963) • דאָס בוך פֿון דזשאַנגל (1967) • די אַריסטאָקעץ (1970) • ראָבין הוד (1973) • די פֿילע אַוואַנטורעס פֿון וויני דער פּו (1977) • די ראַטעווערס (1977) • דער פֿוקס און דער יעגער-הונט (1981) • דער שוואַרצער טאָפּ (1985) • דער גרויסער מויז דעטעקטיוו (1986) • אָליווער און קאָמפאַני (1988) • דאָס ים-מיידעלע (1989) • די ראַטעווערס אין אויסטראַליע (1990) • די שיינהייט און די חיה (1991) • אַלאַדין (1992) • דער לייבן-קעניג (1994) • פּאָקאַהאָנטאַס (1995) • דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם (1996) • הערקולעס (1997) • מולאַן (1998) • טאַרזאַן (1999) • פֿאַנטאַסיאַ 2000 (1999) • דינאזאווער (2000) • דעם קייסער'ס נייע גארע (2000) • אַטלאַנטיס: די פֿאַרלוירענע אימפּעריע (2001) • לילאָ און סטיטש (2002) • שאַץ פּלאַנעט (2002) • ברודער בער (2003) • היים אויפֿן קייט (2004) • טשיקען ליטל (2005) • טרעפֿן מיט די ראָבינסאָנס (2007) • באָלט (2008) • די פּרינצעסין און די זשאַבע (2009) • פֿאַרוויקלט (2010) • וויני דער פּו (2011) • ראַלף דער צעשטערער (2012) • פֿאַרפֿרוירן (2013) • זעקס גרויסע העלדן (2014) זאָאָטאָפּיע (2016) • מאָאַנאַ (2016) • ראַלף ברעכט דאָס אינטערנעט (2018) • פֿאַרפֿרוירן II (2019) • ראַיאַ און דער לעצטער דראַקאָן (2021) • ענקאַנטאָ (2021) • וואונטש (2023) | |
פּיקסאַר פֿילמען | צאַצקע מעשה (1995) • אן אינסעקט'ס לעבן (1998) • צאַצקע מעשה 2 (1999) • מאָנסטערס אינקאָרפּאָרירט (2001) • געפֿינען נעמאָ (2003) • די אינקרעדיבלס (2004) • אויטאָס (2006) • ראַטאַטואי (2007) • WALL-E (2008) • אַרויף (2009) • צאַצקע מעשה 3 (2010) • אויטאָס 2 (2011) • העלדיש (2012) • מאָנסטערס אוניווערסיטעט (2013) • אינעווייניק אַרויס (2015) • דער גוטער דינאָזאַווער (2015) • געפֿינען דאָרי (2016) • אויטאָס 3 (2017) • קאָקאָ (2017) • אינקרעדיבלס 2 (2018) • צאַצקע מעשה 4 (2019) • פֿאָרווערטס (2020) • נשמה (2020) • אינעווייניק ארויס 2 (2024) | |
לייַוו אַקציע פֿילמען מיט אַנימאַציע | דער שעמעוודיקער דראַקאָן (1941) • נצחון מיט לופֿט מאַכט (1943) • דאָס געזאַנג פֿונעם דרום (1946) • זייער טייער צו מיין האַרץ (1948) • מערי פּאָפּינס (1964) • בעט קנופן און בעזעם שטעקן (1971) • פּיט'ס דראַקאָן (1977) • ווער האָט אינקרימינירט ראָדזשער ראַביט (1988) • כישופֿדיק (2007) • מערי פּאָפּינס קומט צוריק (2018) | |
דיזניטון סטודיאָס פֿילמען | דער דאַקטיילס פֿילם: דער שאַץ פֿונעם פֿאַרלוירענעם לאָמפּ (1990) • א גופֿי פֿילם (1995) • דער טיגער פֿילם (2000) • צוריק צו קיינמאָל לאַנד (2002) • דאָס בוך פֿון דזשאַנגל 2 (2003) • חזירל'ס גרויסער פֿילם (2003) • פּו'ס העפֿאַלומפּ פֿילם (2005) • באַמבי 2 (2006) • עראָפּלאַנען (2013) • עראָפּלאַנען: פֿײַערלעשעריי און רעטונג (2014) |