קארבאהידראט

א געמעל פונעם סטרוקטור פון פרוקטאז

א קאַרבאהידראַט איז אן ארגאנישע פארבינדונג וואס באשטייט נאר פון קוילנשטאף, וואסערשטאף און זויערשטאף. מערסטע קארבאהידראטן האבן צוויי מאל אזויפיל וואסערשטאף אטאמען ווי זויערשטאף אטאמען, מיט דער כעמישער פארמל Cm(H2O)n.

געוויסע קארבאהידראטן זענען וויכטיק פאר ענערגיע אין פלאנצן און בעלי חיים.

מען ניצט דעם טערמין אין ביאכעמיע, אויך מיטן נאמען סאַכאַרידן.

ברויט, פאסטא און קארטאפל זענען עסנווארגן רייך אין קארבאהידראטן.