ברענשטאף

קריגלעך פון בענזין, א סארט ברענשטאף

א ברענשטאָף איז יעדע כעמישע סובסטאנץ וואס קען רעאגירן מיט אנדערע סובסטאנצן צו פראדוצירן היץ, עלעקטריע אדער אנדערע סארטן ענערגיע. געוויינטלעך ארבעט דאס דורך פארברענען דעם ברענשטאף, אבער עס זענען דא אויסנאַמען ווי קערן ברענשטאפֿן. מען קען אָפּטיילן ברענשטאפֿן צו צוויי הויפט סארטן: פֿאָסיל ברענשטאפֿן און אנדערע מאטעריאלן.

פאסיל ברענשטאף

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – פאסיל-ברענשטאף

עס זענען דא פארשידענע סארטן ברענשטאפֿן געמאכט פון פֿאָסילן:

  • קויל
  • אויל און ראַפֿינירטע פראדוקטן (ווי בענזין, דיזל און קעראָסין)
  • נאטירלעכער גאז

טייל מענטשן ווילן נישט ניצן פֿאָסיל ברענשטאפֿן ווייל זיי קענען פארפּעסטיקן די אומגעגנט. ווייל אלע פֿאָסיל ברענשטאפֿן ווערן געמאכט פון קוילנשטאף, פארברענען זיי מאכט קוילן זייערס. טייל מענטשן מיינען אז צופיל קוילן זייערס אין די לופטן קען מאכן דעם וואַרעמהויז עפֿעקט. פֿאָסיל ברענשטאפֿן אויך באַנייַען זיך נישט אדער באַנייַען זיך זייער לאַנגזאַם (טויזנטער יארן). דאס הייסט אז די פֿאָסיל ברענשטאפֿן וועלן אפשר פֿעלן אויס איבער די גאנצע וועלט.

אנדערע ברענשטאפן

אנדערע ברענשטאפֿן ווערן נישט געמאכט פון פֿאָסילן. א טייל זיי ווי קערן און הידראגען זענען פריי פון קוילנשטאפֿן. אנדערע ווי האָלץ און עטאַנאָל דאָך האבן קוילנשטאפֿן. א טייל די דאזיקע זענען:

די דאזיקע ברענשטאפֿן קענען זיך באַנייַען. דאס הייסט אז מען קען מאכן מער אויב זיי פֿעלן אויס.

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ברענשטאף